כינעזישער קאלענדאר
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער כינעזישער קאלענדאר איז דער קאלענדאר אנגענומען אין דער קולטור פון כינע און מזרח אזיע. ער ארבעט אויף א ציקל פון 60 יאר. צוויי יאר נאכאנאנד האט דאס יאר א נאמען געבונדן מיט איינעם פון די פינף יסודות, לויטן פאלגנדן סדר:
2024 אין פֿארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2024 MMXXIV |
יידישער לוח | ה'תשפ"ד - ה'תשפ"ה |
כינעזישער קאלענדאר | 4720 – 4721 癸卯 – 甲辰 4721 איז דאס יאר פֿונעם דראַקאן |
עטיאפישער קאלענדאר | 2016 – 2017 |
פערסישער קאלענדאר | 1402 – 1403 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1445 – 1446 |
און א נאמען פון א בעל חי לויט די סימנים פון די צוועלף מזלות:
- פערד (1990,2002,2014,2026)
- שאף (1991,2003,2015,2027)
- מאלפע (1992,2004,2016,2028)
- הון (1993,2005,2017,2029)
- הונט (1994,2006,2018,2030)
- חזיר (1995,2007,2019,2031)
- ראץ (1996,2008,2020,2032)
- אקס (1997,2009,2021,2033)
- טיגער (1998,2010,2022,2034)
- קיניגל (1999,2011,2023,2035)
- דראקאן (2000,2012,2024,2036)
- שלאנג (2001,2013,2025,2037)
- אנדערע יארן געפינען זיך אין דער טאבעלע אונטן.
דאס יאר 2000, למשל, איז געווען דאס יאר פונעם דראקאן און דאס געבונדענע יסוד איז געווען מעטאל.