דרום אמעריקע
קאנטינענט / From Wikipedia, the free encyclopedia
דרום אַמעריקע איז אַ קאָנטינענט אין דעם מערבֿדיקן האלבקײַלעך, דרום פון צפון אמעריקע, אין דעם מערב האלבקיילעך; דער פאנאמא קאנאל צעשייד צווישן זיי. צו מזרח פון דרום אמעריקע געפינט זיך דער אטלאנטישער אקעאן און צו מערב דער פאציפישער אקעאן. דער עקוואטאר שניידט אדורך דעם צפון טייל פון דעם קאנטינענט, אזוי איז רוב פון זיין שטח אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד.
שטח | 17,840,000 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 382,000,000 |
לענדער | 12 |
שפראכן | פארטוגעזיש, שפאניש, האלענדיש, ענגליש |
צייט זאנעס | UTC-2 ביז UTC-5 |
זיין שטח איז 17,840,000 קוואדראט קילאמעטער און ער איז דער פערט־גרעסטער קאנטינענט, נאך אזיע, אפריקע און צפון־אמעריקע. אין באפעלקערונג איז ער דער פינפט־גרעסטער קאנטינענט, נאך אזיע, אפריקע, אייראפע און צפון־אמעריקע.
דער קאנטינענט פון דרום־אמעריקע נעמט איין אויך נאך עטלעכע אינזלען, וואס מערסטנס געהערן זיי צו לענדער אינעם קאנטינענט. די קאראאיבישע טעריטאריעס, אחוז טרינידאד און טאבאגא, געהערן געאגראפיש צו צפון־אמעריקע.
די לענדער פון דרום־אמעריקע וואס גרענעצן דעם קאראאיבישן ים–דאס זענען די לענדער קאלאמביע, ווענעזוועלע, גייאנע, סורינאם און וגיאנה–ווערן אויך גערופן קאראאיבישע דרום־אמעריקע.
דער קאנטינענט ווערט צעטיילט אין עטלעכע טיילן וואס שליסן איין די גינעס, דעם דרום קאנוס (טשילע, ארגענטינע, אורוגוואי און בראזיל) און די אנדן־לענדער (פערו, באליוויע און עקוואדאר).
בראזיל איז דאס גרעסטע לאנד אין דרום־אמעריקע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג.
די בעלי חיים פון דרום אמעריקע זענען פילפאכיק, און שליסן איין פיל זגאלן וואס זענען עקסלוסיוו צו דעם קאנטינענט, ווי למשל: יאגואר, פומא, יאגוארונדי, זגאלן פון פארדעלן, גריווע-וואלף, וואלדהונט, זגאלן פונעם דרום-אמעריקע פוקס, קורץ-אויער פוקס, ברילן-בער, בארג-טאפיר, בראזיליאנער טאפיר, פאנאמא-טאפיר, פארשידענע הערשן ווי די זומף-הערש, פאמפאס-הערש, אנדן-הערש, שפינדל-הערש און פודו, לאמא, אלפאקא, גואנאקא, וויקוניע, סארטן פעקאריען, נאגערס אזוי ווי די קאפיבארא, מארא און שינשילא, נייוועלט מאלפעס, אלינגיטא, ראק-שאפ, קינקאזשו, מוראשקע-בער, פֿוילטיר, דער גרעסטער טייל פון זגאלן פון כלאמיפֿארידן, פלאטערלן, די פיראניא פיש, קיימאנער, און פויגלען ווי גרינבאק פאראקיט, קאריאמען, קאנדארן און נאנדו.