אטלאנטישער אקעאן
אקעאן / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער אטלאנטישער אקעאן אדער דער אטלאנטיק איז דער צווייט-גרעסטער ים אויף דער וועלט, ער באדעקט א פיפטל פון דעם ערד קוגל. דער נאמען אטלאנטישער אָקעאַן ווערט שוין דערמאנט אזוי פרי ווי 450 יאר פאר דער נוצרישער ציילונג.
גיכע פאקטן אקעאנען פון דער וועלט ...
פארמאכן
ער איז באהאפטן צו אלע גרויסע ימים אויף דער וועלט ווי דער ארקטיק, פאציפיק (דורכן פאנאמא קאנאל), אינדישער אקעאן און דער ים הגדול. דער אטלאנטיק גרעניצט זיך מיט די קאנטינענטן פון אמעריקע, אייראפע און אפריקע.
דער אטלאנטיק ציט זיך אויף א שטרעקע פון 41,100,000 סקווער מייל, אריינגערעכנט אלע קליינע באהאפטענע טייכלעך, מיט א געווענליכער טיפקייט פון 10,932 פיס. און אויף א שטערעקע פון 31,800,000 ס.מ. אן די באהאפטענע טייכן, מיט א געווענליכע טיפקייט פון 12,881.