פאריז
From Wikipedia, the free encyclopedia
פּאַריז (פראַנצויזיש: Paris פּאַרי) איז די הויפּטשטאָט פון פראַנקרײַך. זי איז די גרעסטע שטאָט אין אייראָפּע נאָך לאָנדאָן, און די 20סטע אין באַציאונג איבער דער גאָרער וועלט. די שטאָט פּאַריז, צווישן אירע אַלטע גרענעצן פון 1860, האַלט אַ שטח פון 105 קוואַדראַט ק"מ און אַ געשאַצטע באַפעלקערונג פון 2,193,031 (יאַנואַר 2007). דער סיין טײַך פליסט אַדורך דעם עלטסטן טייל פון פּאַריז. אַרום פּאַריז געפינען זיך אַ סך וועלדער.
|
פּאַריז איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 3טן יאָרהונדערט פאַר דער ציווילער רעכענונג דורך אַ קעלטישן פאָלק, די פּאַריזיאי, פון וועמען די שטאָט האָט גענומען איר נאָמען. אינעם 12טן יאָרהונדערט איז פּאַריז געווען די גרעסטע שטאָט אין דער מערב־וועלט, אַ בליענדיקער האַנדל־צענטער, און דער היים פונעם אוניווערסיטעט פון פּאַריז, איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראָפּע. אינעם 18טן יאָרהונדערט, איז פּאַריז געווען די הויפּט אָרט פון דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע, און זינט דעמאָלסט איז פּאַריז אַ וויכטיקער צענטער פון פינאַנץ, האַנדל, מאָדע, וויסנשאַפט און די קונסטן, ווי אויך דער צענטער פון פּאָליטיק און פארקער.
דער פּאַריזער ראַיאָן האָט אַ ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט פון €612 ביליאָן (גיליטיק 2012), וואָס איז מער ווי 30 פּראָצענט פונעם ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט פון גאַנץ פראַנקרײַך, און אַזוי אַרום ווערט ראַנגירט פון די פינף רײַכסטע ראַיאָנען פון אייראָפּע. פּאַריז איז דער באַנקירן און פינאַנץ צענטער פון פראַנקרײַך, און דאָרט געפינען זיך די הויפּטקוואַרטירן פון 30 פירמעס אינעם פארטון גלאָבאַל 500.
אין פּאַריז געפינט זיך דער מערסט־באַזוכטער קונסט מוזיי אין דער וועלט, די לואוורע, ווי אויך אַנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אָנדענקפּונקטן אין פּאַריז שליסן אײַן דעם נאָטרעדאַם דע פּאַריז קאַטעדראַל און דעם אײַפל טורעם. אין 2014 האָבן 22.4 מיליאָן טוריסטן באַזוכט פּאַריז, די שפּיץ פון אַלע טוריסטן צילן. פּאַריז איז אויך באַקאַנט פאַר מאָדע און רעסטאָראַנען. רוב פון די הויפּט אוניווערסיטעטן אין פראַנקרייך געפינען זיך אין פּאַריז, ווי אויך די צײַטונגען לע מאנד, לע פיגארא און ליבעראשיאן.
פּאַריז איז אַ וויכטיקער באַן, שאָסיי און לופט־טראַנספּאָרט קנופּ, באַדינט דורך די צוויי אינטערנאַציאָנאַלע פליפעלדער פּאַריז-שאַרל דע גאָל און פּאַריז-אָרלי. דער פּאַריזער מעטראָ, וואָס האָט זיך געעפנט אין 1900, האָט אַ לענג פון 200 ק"מ און באַדינט 9 מיליאָן פּאַסאַזשירן טאָג טעגלעך. פּאַריז איז דער קנופּ פונעם נאַציאָנאַלן שאָסיי נעצווערק, און איז אַרומגענומען מיט דרײַ אַרום־שאָסייען.
דער הײַנטיקער בירגערמײַסטער פון פּאַריז איז אַן הידאַלגאָ, געוויילט צום אַמט דעם 5טן אַפּריל 2014. זי איז די ערשטע פרוי צו זײַן בירגערמײַסטער פון פּאַריז.