פאראמאריבא
From Wikipedia, the free encyclopedia
פּאַראַמאַריבאָ (האלענדיש: Paramaribo) איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון סורינאם און פון פאראמאריבא דיסטריקט. אין 2004 איז זיין באפעלקערונג געווען 242,946 מענטשן, א מערהייט פון דער באפעלקערונג פונעם גאנצן לאנד. אין 2002 האט אונעסקא פראקלאמירט דעם היסטארישן צענטער פון דער שטאט א וועלט ירושה ארט, צוליב די קאלאניאלישע געביידעס פון די 17טן און 18טן יארהאונדערטער וואס מוסטערן דעם ארכיטעקטישן סטיל געשאפן פון אן אויסמישונג פון אייראפעאישע און לאקאלע מאטיוון.
נאך אינפארמאציע פּאַראַמאַריבאָ Paramaribo ...
|
פארמאכן