ערשטע וועלט-מלחמה
גלאבאלע מלחמה (תרע"ד - תרע"ט) / From Wikipedia, the free encyclopedia
די ערשטע וועלט־מלחמה, אדער דער ערשטער וועלט קריג, איז געווען א גלאבאלע מלחמה וואס האט אויסגעפלאצט אין אייראפע אין חודש אב ה'תרע"ד ביז ה' כסלו ה'תרע"ט ; 28סטן יולי 1914 - 11טן נאוועמבער 1918. די מלחמה האט זיך אנטוויקלט צו א וועלט קריג וואס האבן זיך מיטגעטייליגט 135 פעלקער פון האלבן גלאבוס פון פינף קאנטינענטן.
דער קריג האט פארענדערט די גרענעצן אין אייראפע. און האט צוגעבריינגט צו מער ווי 16 מיליאן געהרג'עטע, 40% פון זיי ציווילע בירגער, און 20 מיליאן פארווונדעטע. די ערשטע סיבה פאר'ן קריג איז געווען דער מארד פון ארכהערצאג פראנץ פערדינאנד אין סאראיעווא דורך א סערבישער בירגער.
דער נאמען ערשטער וועלט קריג (ענגליש: The First World War 1914-1918) איז שוין געווארן גערופן נאך פאר דעם צווייטן וועלט קריג.
די מלחמה האט פאסירט אין עטליכע שלאכט-ערטער, די הויפט שלאכטן זיינען געוועזן:
- מערב פראנט: פראנקרייך
- מזרח פראנט: רוסלענדישע אימפעריע
- באלקאנישע פראנט
- דרום פראנט: ארץ ישראל און מיטל מזרח
- איטאליענישער פראנט
די צוויי קעמפער זייטן:
- פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך, פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע, רוסלאנד, איטאליע.
- דייטשלאנד, טערקיי, עסטרייך אונגארישע אימפעריע, בולגאריע.
אויך זענען געווען שלאכטן אין כינע און אין אפריקע. מ'האט זיך געשלאגן אויך אין ים און אין דער לופט.
די ערשטע וועלט מלחמה איז געווען די ערשטע מלחמה וואו מ'האט געניצט גאנץ ברייט טאנקען, עראפלאנען און סובמארינען.
ביים סוף פון דער מלחמה, פיר הויפט אימפערישע מאכטן—די דייטשע, רוסלענדישע, אטאמאנישע און עסטרייך־אונגארישע אימפעריעס—האבן אינגאנצן אויפגעהערט. פון די ערשטע צוויי זענען געבליבן לענדער מיט קלענערע טעריטאריעס, און די אנדערע צוויי האט מען אינגאנצן צעבראכן. עטלעכע אפמאכן האבן געצייכנט די ענדע פון דער מלחמה, דער הויפט פון זיי דער אפמאך פון ווערסיי. די מאפע פון צענטראל־אייראפע האט מען געמאלט מיט עטלעכע נייע מדינות.
מיט דער האפנונג פון פארמיידן נאך אזא קאנפליקט האט מען אויפגעשטעלט די פעלקער ליגע.