ישראל
לאנד אין מיטל מזרח / From Wikipedia, the free encyclopedia
ישראל איז אַ יידיש דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).
שטאַט פון ישׂראל | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: התקוה | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | העברעאיש | ||||
הויפּטשטאָט | ירושלים | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
יצחק הערצאג בנימין נתניהו | ||||
גרינדונג דאַטום |
פון פאראייניגטן קעניגרייך 14טן מיי 1948 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
20,770 קוואַדראַט ק"מ 149 2.0% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
9,136,000[1] 99 410 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $202.562 ביליאן (50סט) | ||||
וואַלוטע | ניי-שקל ₪ | ||||
צײַט זאָנע | 2+ | ||||
אינטערנעט דאָמען | il. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 972+ | ||||
ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.
אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.
דער שטאַט ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דעם אידישער רעליגיע, איז אָבּער ישראל דעמאקראטיש וואס איז לויט די מיינונג פון א טייל פרומע יידן נישט אויסגעהלטן הלכה'דיג.
די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.