מגן דוד
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער מגן דוד איז א העקסאגראם (א זעקס שפיציגער שטערן) סימבאל צוזאמען געשטעלט פון 2 דרייעקן איינער פארקערט ווי דער צווייטער.
די ציוניסטישער באוועגונג האט גענומען דעם מגן דוד פאר זייער סימבאל, זיי האבן דאס אריינגעזעצט אין זייער פאן. זייט דעמאלטס זענען דא פרומע אידן וואס ווילן נישט האבן קיין שייכות מיטן מגן דוד, און היינט צוטאג זעהט זייער זעלטן אין חסידישע בתי מדרשים א מגן דוד. אן אויסנאם איז די סקווירא חסידות זיי האבן יא א מגן דוד אין זייער בית המדרש.
די ישראלישע פאן איז אויך אויסגעפארמעט פון א בלויע מגן דוד.