תכלת
From Wikipedia, the free encyclopedia
תכלת מיינט דאס די בלויע וואל, ווערט דערמאנט אין דער תורה ביי דער מצוה פון ציצית און ביי די קליידער וואס די כהנים טראגן ווען זיי טון די עבודה אין דעם בית המקדש.
ביי ציצית שטייט ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת[1], מען זאל לייגן ביי די עקן פון בגד א פאדים פון בלויער וואל, אויך ביי בגדי כהונה איז געווען דערין פארמישט בלויע וואל, אין דער גמרא שטייט תכלת איז גלייך ווי דער ים, דער ים איז גלייך ווי דער הימל, און דער הימל ווי דער כסא הכבוד[2].
דער פארב פון דער בלויער וואל איז געווען געמאכט פון א ים באשעפעניש וואס הייסט חלזון, דאס איז א פיש וואס פארמאגט א שווארצע בליט[3], און דערפון האט מען געמאכט בלויע פארב, און דערמיט האט מען געפארבט די וואל.
מען קען נאכמאכן תכלת מיט קלא אילן, דאס ווערט אויך געריפן אינדיגא, און די טעם פארוואס נאר די בליט פון חלזון איז כשר פאר תכלת איז ווייל די קאליר בלוי מיז זיך האלטן שיין און שטארק, און עס טאר נישט אפגעשוואכט ווערן, און מען געפונט אין גמרא אז נאך אין זייערע צייטן האט מען זיך געקענט טועה זיין צווישן תכלת און קלא אילן וואס איז ענדליך צו תכלת [4], אבער אין די גמרא אין מנחות שטייט א וועג וויאזוי מען קען בודק זיין אויב די תכלת איז עכטע אדער פאלטשע [5].
לויט די הלכה פון ציצית איז תכלת נישט מעכב, מען איז יוצא מצות ציצית אויב מען האט נישט קיין תכלת[6].