דניעפער
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער דניעפער (רוסיש: Днепр ; בעלאַרוסיש: Дняпро ; אוקראיניש: Дніпро ;פּויליש: Dniepr) איז א גרויסער טייך, לאנג 2,285 ק"מ, וואס פליסט פון רוסלאנד דורך בעלארוס און אוקראינע אינעם שווארצן ים. 485 ק"מ ליגן אין רוסלאנד, 595 ק"מ אין בעלארוס און 1,095 ק"מ אין אוקראינע. א טייל פונעם טייך איז דער נאטירלעכער גרענעץ צווישן בעלארוס און אוקראינע. דער דניעפער איז דער פערטער לענגסטער טייך אין אייראפע.
גיכע פאקטן דניעפער, לענג ...
דניעפער | |
---|---|
דער דניעפער אין קיעוו | |
לענג | 2285 קילאמעטער |
קוואל | וואלדיי בערג 55°52′00″N 33°41′00″E |
הייך פונעם טייכס קוואל | 220 מעטער |
דרענאזש בעקן | 516,300 קוואדראט קילאמעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 1,670 קובישע מעטער א סעקונדע |
לענדער אין דרענאזש בעקן | רוסלאנד, בעלארוס, אוקראינע |
פארמאכן
די פאלגנדע חשובע שטעט ליגן אויפן דניעפער: סמאלענסק (רוסלאנד), מאהליוו (בעלארוס), קיעוו (אוקראינע), ניקאפאל (אוקראינע) און כערסאן (אוקראינע).