אויטאמאביל
From Wikipedia, the free encyclopedia
אן אױטאָמאָביל, אויטא אדער קאַר איז א מאטאר פֿאָרמיטל צו טראנספארטירן א קליינע צאל פאסאזשירן פון איין ארט צו דעם אנדערן אויף טראקטן. עס פארמאגט דריי אדער פיר רייפן. אויטאס האבן איבערגענומען דער אלטער טראנספארט מיטל פון א דראשקע.
רובֿ קאַרס באנוצט אין די 2010ס זענען געטריבן דורך אַן אינערלעך־פֿארברענונג מאָטאָר, געהעצט דורך דער פארברענונג פון ברענשטאף. זינט דעם אָנהייב פונעם 21סטער י"ה, מיט דער העכערונג פון לופט פאַרפּעסטיקונג באוויסטזניגקייט, מאכט מען שוין הייבריד אויטאס וואס פארן אויך אויף דער קראפט פון עלעקטריק.
פון די ערשטע און גרעסטע אויטא פאבריצירער איז פארד מאטאר קאמפאני.