שיסעריי אין דער רעדאקציע פון שארלי עבדא
From Wikipedia, the free encyclopedia
שיסעריי אין דער רעדאַקציע פון שאַרלי עבדאָ איז אַ טעראָר אַטאַק אויפן ביורא פון אַ פראַנצייזישער סאַטירישער צייטונג שאַרלי עבדאָ (Charlie Hebdo), וואָס איז פאָרגעקומען דעם 7טן יאַנואַר 2015 אין פּאַריז. ס׳זיינען אומגעקומען 12 מענטשן אין דער אַטאַק און נאָך 11 זיינען פאַרוואונדעט געוואָרן. די טעראָריסטן וואָס האָבן געמאַכט די שחיטה זיינען צוויי ברידער קואַשי (Kouachi), פראַנצייזישע אַראַבער פון אַלזשירישן אָפּשטאַם. קואַשי האָבן דערקלערט זייער אָנגעהעריקייט צו "אַל קאַעדאַ אין תימן" און אַטאַק איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַ ריי אַנטי־איסלאַמישע קאַריקאַטורן פּובליקירט אין דער צייטונג. די טעראָריסטן האָבן קאָאָרדינירט זייער טאַט מיט אַמעדי קוליבאַלי, וואָס האָט גלייכצייטיק, 7–9 יאַנואַר 2015, דורכגעפירט אַ סעריע אַנדערע אַטאַקן אין פּאַריז.
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |