שוועדן
From Wikipedia, the free encyclopedia
דאס שװעדן (שוועדיש: Sverige; סוועריע), אפיציעל דאס קעניגרייך פון שוועדן, איז אַ לאַנד אין דעם סקאנדינאווישן האלבאינזל אין צפון־אײראָפּע. שוועדן האט לאנד גרענעצן מיט נארוועגיע צו מערב און פינלאנד צו צפון־מזרח, און ים גרענעצן מיט דייטשלאנד, דענמארק און פוילן צו דרום, און מיט ליטע, לעטלאנד, עסטלאנד און רוסלאנד צו מזרח. פון שוועדן קיין דענמארק איז דא א בריק־טונעל. זײַן הױפּטשטאָט איז שטאָקהאָלם, מיט א באפֿעלקערונג פֿון 800,000 אין דער שטאט און 2 מיליאן אינעם מעטראפאליטאנעם שטח.
קעניגרייך פון שוועדן Konungariket Sverige | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | שוועדיש | ||||
הויפּטשטאָט | שטאקהאלם | ||||
רעגירונג | קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע | ||||
מלך פּרעמיער מיניסטער |
גוסטאוו קארל ולף קריסטערסאָן | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
449,964 קוואַדראַט ק"מ 57 8.7 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
9,354,462[1] 88 20.6 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $337.893 ביליאן[2] (33סט) | ||||
וואַלוטע | שוועדישע קראנע | ||||
צײַט זאָנע | צענטראלע אייראפעאישע צייט | ||||
אינטערנעט דאָמען | se. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 46+ | ||||
שוועדן איז דאס דריטע גרעסטע לאנד אין דעם אייראפעאישן פארבאנד, מיט א שטח פון 450,295 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון שוועדן איז 9.3 מיליאן.
שוועדן איז איינער פון די שטאַטן מיט די גרעסטע לעבן ערווארטונג.
די אפיציעלע שפראך איז שוועדיש, זייט דעם 1טן יולי 2009; פריער האט שוועדן נישט געהאט קיין אפיציעלע שפראך. שוועדן האט פינף אפיציעלע מינדערהייט שפראכן: פיניש, יידיש, סאמי, מעאנקיעלי און ראמאני.
שוועדן איז געווארן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד אום 1995. די וואלוטע איז די שוועדישע קראנע.