שאול המלך
From Wikipedia, the free encyclopedia
שָׁאוּל בֶּן קִישׁ איש ימיני, איז געווען דער ערשטער יידישער קעניג. רוב די באקאנטע דערציילונגען וועגן שאול באווייזן זיך אין ספר שמואל. נאר די דערציילונג וועגן שאול'ס טויט ביי הר הגלבוע ווערט דערמאנט אויך אין ספר דברי הימים. מרגלא בפומיה דדוד המלך על שאול המלך חמיו: "שאול בחיר השם, משיח יהוה, וצדיק גמור ושכינה עמו" (הרמ"ע מפאנו מאמר מאה קשיטה אות צ"ג). נאך אים האט געקעניגט זיין זון איש בושת (אשבעל).
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
פארמאכן
אין ילקוט מעם לועז ווערט געברענגט די השערה אז שאול האט געליטן פון מעלאנכאליע[1], וואס איז א סימפטאם פון דעפרעסיע.