סטאמפארד היל
From Wikipedia, the free encyclopedia
סטאמפארד היל איז א געגנט אין דער העקני באצירק אין לאנדאן. ער גרענעצט זיך מיט 'טאטנהעם' אינעם באצירק הארינגיי, וואס א טייל פונעם 'טאטנהעם' געגנט איז א גרויס חלק פון דער יידישער באפעלקערונג אינעם סטאמפארד היל פערטל. דער געגנט נעמט זיין נאמען פון דער הויפט גאס ״סטאמפארד היל״.
ביז בערך תר"ס (1900) האבן די יידן געוווינט מייסטענס אין איסט ענד געגנט פֿון לאנדאן, אבער נאכהער האבן זיך א טייל אריבערגעצויגן קיין "סטאמפארד היל". היינט וואוינען א סך חרדישע יידן דארט. טייל פון זיי האנדלען מיט נכסי דלא ניידי.
די יידישע באפעלקערונג וואוינט דארט זייער צעזייעט צווישן די גוים, אבער אין די לעצטע צען יאר איז עס געווארן גאר שטארק אויפגעבויט אינעם יידיש היימישן שטאנדפונקט, וויבאלד פילע עמיגראנטן פון ארץ ישראל און אמעריקע האבן דארט חתונה און דרייען איבער די שטאט אויף מער ביזנעס האנדל ווי א שטייגער זייער געבורט לאנד.
דער רב איז רבי משה חיים אפרים פאדווא, גאב"ד פון התאחדות קהלות החרדים, וואס איז א פאַרבאַנד פון אלע פרומע קהילות אין לאנדאן (סטאמפארד היל, גאלדערס גרין, הענדאן און נאך)
די יידישע באפעלקערונג באשטייט הויפטזעכלעך פון חסידישע געמיינדעס און אויכעט פון א צאל פון ליטווישע יידן. די צוויי גרעסטע און אנזיכטיגע חסידישע געמיינדעס זענען בעלזא און סאטמאר. אלס רב פון דער סאטמארער קהילה (פון רבי זלמן לייב) דינט זיין מחותן רבי ברוך נתן האלבערשטאם, אלס רב פון דער סאטמארער קהילה (פון רבי אהרן) דינט רבי משה מנחם ווייס. אויסער דעם עס איז פאראן אין סטאמפארד היל נאך פילע קהילות און בתי מדרשים אזוי ווי וויזשניץ מאנסי (אונטער דער פירערשאפט פונעם וויזשניץ-לאנדאנער רבי), אלכסנדר, באבאוו, (אלס דיין דינט רבי בן ציון בלום, אן איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם, דער פריערדיגער באבאווער רבי), בעלזא מאכניווקא, גער, וויזשניץ (דער רב איז רבי אריה ווייס), ביאלא (אונטער דער פירערשאפט פון רבי ברוך לייב ראבינאוויטש), ליובאוויטש און סקווירא. אזוי אויכעט קען מען טרעפן דארט בתי מדרשים און געמיינדעס ווי תולדות אהרן, צאנז און נאך.
אין סטאמפארד היל וואוינען די עשירים און בעלי צדקה ר׳ אליש ענגלענדער, ר׳ חיים משה פעלדמאן (א וויזשניצער חסיד), משפחת לעוו (סאטמאר), און די באקאנטע משפחת בערגער.