לובלינער וואיעוואדעשאפט
From Wikipedia, the free encyclopedia
די לובלינער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo lubelskie וואיעוואָדזטווא לובעלסקיע), אויך לובלינער גובערניע, איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין מזרח פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 25,155 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 2,135,715 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז לובלין (354,272); אנדערע פרינציפעלע שטעט זענען כעלם (67,989) אין מזרח, זאמאשטש (66,613) אין דרום און ביאלע (58,010) אין צפון.
|
די וואיעוואדעשאפט איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער לובלינער, כעלמער, זאמאשטשער און ביאלער וואיעוואדעשאפטן, צוזאמען מיט טייל פון די טארנאבזשגער און שעדליצער וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דער הויפטשטאט און גרעסטער שטאט, לובלין, און איר טעריטאריע נעמט איין טיילן פון פיר היסטארישע לענדער: דער מערב טייל, כולל די שטאט לובלין, געהערט צו קליינפוילן, דער מזרח טייל צו רויט-רוטעניע, און צפון־מזרח צו פאלעסיע און פאדלאכיע.
לאדזשיע גרענעצט די אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט צו דרום, שווענטאקזשיסקיע צו דרום-מערב, די מאזאוויער וואיעוואדעשאפט צו מערב און צפון, פאדלאכיע צו צפון (א קורצער שטיק), און צו מזרח די לענדער בעלארוס און אוקראינע.