לאנדאנער אונטערגרונט
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער לאנדאנער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט דעם גרעסטן טייל פון גרויסלאנדאן, ענגלאנד, און עטלעכע ארומיגע געגנטן. ער איז די עלצטע אונטערגרונטיקע באן סיסטעם אין דער וועלט. די ערשטע ליניע איז געווען די מעטראפאליטאנע באן (היינט איז דאס א טייל פון דער האמערסמיט און סיטי ליניע), וואס האט געעפנט 10 יאנואר 1863.[2] אין אמת'ן 55% פון דער נעצווערק איז איבער דער ערד. רוב מענטשן אין לאנדאן רופן אים "דער טיוב" (Tube) ווייל די טיפע טונעלן זעען אויס ווי א רערל (אויף ענגליש tube).
לאנדאנער אונטערגרונט | |
צענטראל ליניע-צוג ביי לאנקאסטער גייט | |
אינפֿא | |
טיפ | אונטערגרונט באן |
לאקאציע | גרויסלאנדאן, טשילטערן, עפינג פארעסט, טרי ריווערס און וואטפארד |
צאל סטאנציעס | 272 אפערירט (262 פֿארמאגט) |
צאל ליניעס | 11 |
טעגלעכע צאל פאסאזשירן | 1.8 מיל. (יולי 2021)[1] |
אפעראציע | |
געעפנט | 10טן יאנואר 1863 |
פארוואלטער | טראנספארט פאר לאנדאן |
טעכניש | |
ליניע-לענג | 402 ק״מ |
אפשטאַנד | 1,435 מ״מ |
עלעקטריפֿיקאציע | 630V DC פערטע שינע |
דער אונטערגרונט האט 275 סטאנציעס און די ליניעס זענען לאנג אינגאנצן 408 ק"מ,[3] אזוי איז דאס די לענגסטע אונטערגרונטיקע באן אויף דער וועלט. אחוץ די היינטיגע סטאנציעס זענען אויך דא אסאך פארמאכטע סטאנציעס. אין 2005–2006 האבן 971 מיליאן פאסאזשירן געפארן, און אין 2006–2007 מער ווי א ביליאן. אין מערץ 2007 האט מען געמאלדן אז יעדן טאג זענען דא מער ווי דריי מיליאן פאסזאשירן (אויף ארבעטסטעג א דורכשניט פון 3.4 מיליאן).[4]
זייט 2003 איז דער אונטערגרונט א טייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), דער פארוואלטער פון פילצאליקע טראנספארט פונקציעס אין לאנדאן, למשל די בארימטע רויטע טאפלדעקבוסן. פריער איז דער פארוואלטער געווען לאנדאן אונטערגרונט באגרענעצט, אן אונטערגעזעלשאפט פון לאנדאנער רעגיאנאלער טראנספארט.