יפו
From Wikipedia, the free encyclopedia
יפו איז אן אלטע פארט שטאָט דרום פון היינטיגן תל אביב. זי איז פון די עלטסטע פארט שטעט אין דער וועלט. היינט איז זי א טייל פון דער תל אביב מוניציפאליטעט.
ביז דעם צווייטן וועלט קריג איז יפו געווען אן אראבישע שטאט, וואס די אצ"ל האט איינגענומען, די צפון טייל דערפון אין אפריל 1948, און די הגנה די איבריגע טיילן פון דער שטאט, און די אראבער האבן מערסטנטייל פארלאזט די שטאט, דורכן ים קיין עזה.
דורכאויס דער מלחמה און פריער, האבן די איינוווינערס אין יפו אסאך פראבלעמען געמאכט פאר די יידן אין יפו און תל אביב. ביי די פאגראמען זענען יידן אומגעקומען, אראבישע צילשיסער פלעגן שיסן אויף יידישע פארבייגייער, אין דער דערנעבנדיקער תל אביב.
אין יאר 1951 האט די ישראל רעגירונג, באשטעטיקט די פאראייניגונג, פון תל אביב-יפו, פאר איין שטאט. די שטאט תל אביב איז פריער געווען א פראווינצער שטאט פון יפו, און יעצט איז יפו, א געגענט אין תל אביב.
אין די לעצטע פאר יאר, גיט די תל-אביבער שטאטראט אויס אסאך געלט, אויף אויפצוהאלטן היסטארישע ערטער אין יפו, נאכדעם וואס יארן לאנג האט מען עס פארנאכלעסיקט, און געבויט דארט אויף אלטע פלעצער, געביידעס, וואס נעמען אוועק פונעם היסטארישן ווערט פונעם געגנט.
יפו געפונט זיך אין צענטער פון ישראל, און א היסטארישער פארט, וואס האט געברענגט דערצו, אז די אלע שטעט אין דער געגנט פון גוש דן, זאלן דארט אויפגעשטעלט ווערן, ווי תל אביב, רמת גן, פתח תקוה, בני ברק, חולון, בת ים, און נאך אסאך.