ווענוס
From Wikipedia, the free encyclopedia
ווענוס (ענגליש: Venus; סימבאל: ) איז דער צווייטער נענטסטער פלאנעט צו דער זון; זײַן אָרביט דויערט 224.7 ערד טעג.[1] אחוץ דער לבנה איז ער דער ליכטיגסטער אביעקט אינעם נאכט הימל, מיט א גרייס 4.6-, און מען קען אים אמאל זען אויך בייטאג.[2] קוקנדיג פון דער ערד איז ווענוס קיינמאל נישט צו ווײַט פון דער זון—נישט מער ווי 47.8º. ווענוס האט די לענגסטע ראטאציע־תקופה (243 טעג) פון אלע פלאנעטן אין דער זון-סיסטעם און דרייט זיך אין דער פארקערטער ריכטונג צו אנדערע פלאנעטן (ד״ה אז די זון וואלט אויפגעגאנגען אין מערב און פארגאנגען אין מזרח).[3] ער האט נישט קיין נאטירלעכע סאטעליטן.
ווענוס איז אן ערדישער פלאנעט און ווערט אמאל גערופן דער "שוועסטער פלאנעט" פון דער ערד אזוי ווי זיי ביידע האבן ענלעכע גרייס, מאסע, ווייטקייט פון דער זון און צוזאמענשטעל. ער איז אבער גאנץ אנדערש פון דער ערד אין אנדערע פרטים. ער האט דער געדעכטסטן אטמאספער פון די פיר ערדישע פלאנעטן, וואס באשטייט פון מער ווי 96% קוילן זייערס. דער לופטדרוק ביים אייבערפלאך פון ווענוס איז 92 מאל אזוי פיל ווי אויף דער ערד, אומגעפער דער דרוק 900 מעטער אונטער וואסער אויף דער ערד. ווענוס איז דער גאר הייסטער פלאנעט אין דער זון־סיסטעם, מיט א דורכשניט אייבערפלאך טעמפעראטור פון 735 K (462 °C), כאטש מערקור איז נענטער צו דער זון. ווענוס איז באדעקט מיט א מאַטער שיכטע פון אפשפיגלדיקע וואלקענעס פון שוועבל-זייערס, וואס פארמיידט זען זיין אייבערפלאך פון דעם קאסמאס מיט ליכט. דער אייבערפלאך פון ווענוס איז א טרוקענער מדבר, מיט שטיינער דא און דארט; פון צייט צו צייט ווערט דער אייבערפלאך געענדערט דורך וואולקאניזם.
ווענוס איז איינער פון די העלסטע אביעקטן אין דעם הימל, און מען האט א סך געשריבן וועגן אים אלס מארגנשטערן און נאכטשטערן. ווענוס איז געווען דער ערשטער פלאנעט וואס זיינע באוועגונגען אריבער דעם הימל האט מען מארקירט, שוין אין דעם צווייטן יארטויזנט פאר דער ציווילער רעכענונג (בערך יאר ב׳ש׳).[4]
אזוי ווי ווענוס איז דער נענטסטער פלאנעט צו דער ערד, איז ער געווען אן ערשטראנגיקער ציל פאר פריען צווישן־פלאנעטישן אויספארשונג. ער איז געווען דער ערשטער פלאנעט אינדרויסן פון דער ערד וואס א קאסמאס־שיף האט באזוכט (Mariner 2 אין 1962), און דעם ערשטן אויף וואס מען האט געלאנדעט דערפאלגרייך (דורך Venera 7 אין 1970). ווענוסנ׳ס דיקע וואלקענעס מאכן אבזערוואציע פון זיין אייבערפלאך אוממעגלעך אין זעבארער ליכט, און די ערשטע פרטימדיקע מאפעס זענען נישט ארויסגעקומען ביז Magellan orbiter איז אנגעקומען אין 1991.