דמשק
From Wikipedia, the free encyclopedia
דמשק (אַראַביש: دِمَشقُ, דימאַשק, אויך באקאנט ווי الشام אַש-שאַם) איז די הויפטשטאט פון סיריע, עס געפונט זיך אין דרום מערב פון לאנד, נאנט צו די גרענעצן פון יארדאניע, ישראל, און לבנון, די שטאט פארמאגט פיר און א האלב מיליאן איינוווינער, אזוי איז דמשק די גרעסטע שטאט אין סיריע.
נאך אינפארמאציע דמשק (שטאַָט)دِمَشقُ ...
|
פארמאכן
די שטאט איז 1800 פוס העכערן ים-פלאך, 50 מייל אריין פון דעם מיטלענדישן ים, די אלטשטאט איז געבויט אויף דער זייט פון דעם בעראדע טייך, די היינטיקע שטאט איז געבויט אויף ביידע זייטן.