דזשין וויילדער
From Wikipedia, the free encyclopedia
דזשעראָם זילבערמאַן (בינע נאמען: דזשין ווײַלדער, ענגליש: Gene Wilder; 11טן יוני 1933 – 29סטן אויגוסט 2016) איז געווען אן אמעריקאנער אקטיאר, פילם רעזשיסאר, סצענאר שרייבער און מחבר. ער איז מערסטנס באקאנט געווען פאר זיין שוישפיל ווערק, און בפרט פאר די פילמען ער האט געמאכט מיט מעל ברוקס, אייַנשליסלעך "די פראדוצירער", "הייסע זאטלען" און "יונגער פראנקנשטיין". ער אויך האט געשפילט די ראלע פון ווילי וואָנקע אין דער מוזיקפילם "ווילי וואָנקע און דער שאָקאָלאַד פֿאַבריק".
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |
געבורט |
11 יוני 1933 מילוואקי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
29 אויגוסט 2016 (אלט 83) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אונטערשריפט | |
www | |
ווײַלדער האט געלערנט קאמוניקאציע און טעאטער קונסט ביים אוניווערסיטעט פון אייאווע. ער איז מאָביליזירט געווארן צום ארמיי דעם 10סטן סעפטעמבער 1956. א נישט אפיציעלע ביאגראפיע וועגן ווײַלדער מיטן נאמען "דזשין וײַילדער: וויציק און אומעטיק" פון ברייען סקאָט מעדניק איז פובליצירט געווארן אין דעצעמבער 2010 דורך BearManor Media.
ווײַלדער איז געשטארבן פון פראבלעמס צערודערט דורך אלצהיימערס קרענק דעם 29סטן אויגוסט 2016 אין קאנעטיקעט.