ברעזשאן
From Wikipedia, the free encyclopedia
ברעזשאַן (אוקראיניש: Бережани, בערעזשאַני, פּויליש: Brzeżany, בזשעזשאַני) איז א שטאט אין טארנאפאלער אבלאסט (גובערניע) פון מערב אוקראינע. ברעזשאן ליגט 100 ק"מ פון לעמבערג, 50 ק"מ מערב פון טארנאפאל, די אבלאסט הויפטשטאט, און 40 ק"מ דרום פון זלאטשאוו. די שטאט האט א באפעלקערונג פון אומגעפער 20,000.
ביזן ערשטן וועלט קריג איז ברעזשאן געווען אין אסט־גאליציע.