אמיש
קריסטליכע גרופע / From Wikipedia, the free encyclopedia
די אַמיש (דײַטש: Amische; ענגליש: Amish) זענען פּראָטעסטאַנטישע קריסטן וועלכע שטאַמען פון דער שווייץ און דײַטשלאַנד און היטן אָפּ זייער גלויבן זיך נישט צו לאָזן פון קיין שום מאָדערענע לוקסוס און טעכניק. זיי וואוינען בעיקר אין די פאַראייניגטע שטאַטן פון אַמעריקע און אין קאַנאַדע און געבן זיך אָפּ מיט לאַנדווירטשאַפט און באַנוצן זיך מיט פערד און וואָגן.