אינדוס
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער אינדוס (אורדו: سندھ סינדה; אַראַביש: السند אַל-סינד; גריכיש: Ινδός אינדאס) איז דער לענגסטער טייך אין פאקיסטאן און איינער פון די לענגסטער אין אזיע. ער איז לאנג 3,200 ק"מ, און זיין דרענאזש בעקן באדעקט 1,165,000 קוואדראט ק"מ. דער טייך איז דער מקור פונעם נאמען פון אינדיע. דער טייך הייבט אן אין טיבעט, און שטראמט פון דער הימאלייע אין א צפון-מערב ריכטונג דורך קאשמיר, און דערנאך קערט צו דרום לענגאויס פאקיסטאן. דער אינדוס גיסט אריין אינעם אראבישן ים נאנט צו קאראטשי.